די וואסא האט זיך איבערגעקערט און געזינקען זייענדיג אויף איר ערשטע רייזע אין שטאקהאלם, אין 1628. נאכן ליגן 333 יאר אויפן גרונט פונעם ים, איז די גרויסע קריגסשיף ארויפגעברענגט געווארן צום אויבערפלאך, און איר רייזע האט געקענט פארזעצן. היינט צוטאגס, איז די וואסא די וועלטס בעסטע-פרעזערווירטע קריגסשיף פונעם זיבעצנסטן יאר הונדערט, און איז אויף אויסשטעלונג אין א ספעציעל געבויטע מוזעאום און שטאקהאלם. די וואסא איז א אייגנארטיגע אוצר און פארמאגט נאך 98 פראצענט פון אירע ארגינעלע טיילן און הונדערטער האלץ-געשניצטע סקולפטורן.

און צוגאב צום שיף אליין, האט די וואסא מוזעאום פארשידענע אויסשטעלונגען וואס דערציילן וועגן דעם וואסא און איר אלטע, אבער אויך זייער קורצע, היסטאריע. עס איז פארהאן א גוט אויסשטאפירטע געשעפט און אן אויסגעצייכנטע רעסטוראנט וואס טוט סערווירן מאלצייטן ווי אויך לייכטערע מיטאג און איבערבייס. עס זענען פארהאן טאורס מיט וועגווייזערס עטליכע מאל א טאג איבערגעגעבן אין ענגליש ווי אויך אודיאו וועגווייזערס אין מערערע שפראכן. א פילם וועגן דעם וואסא ווי אויך א פילם פאר קינדער גערופן "וואסאגריסן" ווערן געוויזן טעגליך אין מערערע שפראכן. אלעס איז אריינגערעכנט אין די אייינטריט אפצאל.

ברוכים הבאים צו א רייזע פון אנטדעקונג אין די וועלט פון די וואסא.

באזוכט דעם וואסא מוזיאום

שעות ווען די וואסא מוזעאום איז אפן

שעות ווען די וואסא מוזעאום רעסטוראנט איז אפן

איינטריט אפצאל

זיך צוגרייטן צו אייער באזוך

גרעסערע טאשן און רענצלעך אויף רעדער ווערן נישט ערלויבט אין דער מוזיי (מיוזיאום). איר מעגט אריינברענגען האנט-טאשן און קליינע רוקזעק, וואס איר טראגט אויף אייער האנט, אויף אייער רוקן אדער אייער בויך דורכאויס דעם גאנצן וויזיט. איר טארט נישט איבערלאזן אייער האנט-טאש אומאפגעהיטנערהייט.

עס איז א גוטע עצה מיטצונעמען א לייכטע סוועטער. כדי צו פרעזערווירן די וואסא פארלאנגט זיך א טעמפעראטור פון °C18-20 דערפאר קען זיך צומאל שפירן קאלט אינעם מוזעאום ווען עס איז ווארעם אינדרויסן.

עס איז ערלויבט אפצוכאפן בילדער און ווידיאוס, אבער בלויז פאר אייער פערזענליכע באנוץ.

אנצוקומען צו די וואסא מוזיאום

די גאס אדרעס איז Galärvarvsvägen 14, Stockholm.

גיין צופיס אדער מיט א ביציקל

עס נעמט בערך 10 מינוט מיט א ביציקל און 20 מינוט צו גיין צופיס פונעם צענטער פון שטאקהאלם צו די וואסא מוזיאום.

פובליק טראנספארטאציע

איר קענט דא אנקומען מיטן באס, טראם אדער פערי. באזוכט דעם שטאקהאלם פובליק טראנספארטאציע וועבסייט,https://sl.se/en/ פאר סקעדשולס.

מיט א קאר

עס זענען נאר דא ווייניג פארקינג פלעצער אויף Djurgården Island, דערפאר איז ראטזאם צו פארקן דורכאויס Strandvägen אדער Narvavägen, בעפאר דעם בריק. פארקינג פאר דיסעיבלד באזוכער איז גלייך אינדרויסן פונעם הויפט אריינגאנג.

אלעס ארום די וואסא

פארוואס איז די וואסא געבויט געווארן?

די וואסא איז פארארדנט געווארן דורך דער שוועדישער קעניג, גוסטאוו דער צווייטער אדאלף, און איז געבויט געווארן דורך אומגעפער 400 מענער און פרויען אין שטאקהאלם, אנגעהויבן אין 1626. עס איז געווען א מעכטיגע שיף מיט דריי מאסטן, וואס האט געקענט האלטן 10 זעגלען. עס האט זיך געמאסטן 52 מעטער פון אויבן ביז אונטן, עס איז געווען 69 מעטער לאנג און געוואויגן 1,200 טאן. מיט אירע 64 קאנאנען וואלט ווען די וואסא געווען א וויכטיגע טייל פון די שוועדישע פלאטע.

זינקונג

אום אויגוסט 10 1628, האט די וואסא אפגערייזט פונעם טרי קראנאר פאלאץ. די גאן פארטן זענען געווען אפן אין די קאנאנען האבן אויסגאשאסן. צוביסלעך האט די גיגאנטישע שיף פארלאזט דעם בארטן. נאך עטליכע שטארקע ווינטן, איז די שיף געלעגן אויף איר זייט. וואסער האט אנגעהויבן אריינרינען דורך די אפענע גאן פארטן און די וואסא האט געזינקען. ווייניגסטנס 30 פון די 150 מענטשן אויפן שיף זענען געשטארבן. עס האט גענומען 333 יאר ביז די וואסא האט געזען די שיין פון די זון נאכאמאל.

פארוואס האט די וואסא געזונקען?

אינעם 17טן יאר הונדערט, זענען נישט געווען באוואוסט די מאטעמישע חשבונות צו פארזיכערן די סטאביליטעט פון א שיף, און די בויערס האבן גענוצט פריערדיגע ערפארונג. נייע איינריכטונגען אזויווי די וואסא'ס שווערע ארטילערי אויף די דאבל בעטערי דעק, זענען אויספרובירט געווארן דורך פרוביר-און-גרייז. די וואסא איז געווען צו שווער איבערן וואסער ליניע און האט נישט געקענט צוריקבאקומען איר באלאנס נאכן ווערן געשטופט דורכן ווינט.

די אנטדעקער

פון קינדווייז אן איז אנדערס פראנזען געווארן צוגעצויגן צו די שיף ברוכטיילן אינעם שטאקהאלם ארכיפעלאגא. באזירט אויף דאקומענטן פונעם 17טן יאר הונדערט, האט פראנזען און די זומערס צווישן 1954-1956 זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם וואסא מיט גראפלס. אום אויגוסט 25 זענען ער און א טויכער ביים נאמען פער עדווין פאלטינג געגאנגן זוכן נעבן דעם בעקהאלמען אינזל, ווען דער גראפל האט זיך אנגעשטויסן אין א גרויסן האלצערנעם אביעקט. די וואסא איז געפונען געווארן!

"די וועלטס גרעסטע דזשיגסאו פאזל"

אין הערבסט פון 1957 האט זיך די פרעזערוואציע ארבעטס אנגעהויבן, ווען טויכערס האבן געגראבן טונעלן אונטער די שיף אונטערצוציען שטריק. אום אפריל 24 1961, איז די שיף ארויפגעברענגט געווארן צום אויבערפלאך, צוזאמען מיט 14,000 לויזע האלצענע טיילן, און איז באהאנדלט געווארן מיט פרעזערוויטיווס. די טיילן זענען דאן פאראייניגט געווארן מיטן שיף אינעם וועלט'ס גרעסטן דזשיגסאו פאזל.
די וואסא לערנט אונז נאך אלץ איבער איר תקופה, און פארש ארבעט וויאזוי אמבעסטן צו פרעזערווירן דאס האלץ און באלטס און סחורה'נע איבערבלייבענישן טוט פארזעצן. דער ציל איז צו פרעזערווירן די וואסא פאר דורות.

ליינט וועגן די היסטאריע פון די וואסא און די פארשונג און פרעזערוואציע ארבעט ביי די מוזעאום, אויף ענגליש אויף: